Welcome Guest [Log In] [Register]
Welcome to Zar Society. We hope you enjoy your visit.


You're currently viewing our forum as a guest. This means you are limited to certain areas of the board and there are some features you can't use. If you join our community, you'll be able to access member-only sections, and use many member-only features such as customizing your profile, sending personal messages, and voting in polls. Registration is simple, fast, and completely free.


Join our community!


If you're already a member please log in to your account to access all of our features:

Username:   Password:
Locked Topic
אַ בריוו פון שטעטל; Simkhe Dan [1946]
Topic Started: May 19 2011, 09:21 PM (81 Views)
Zarvarza
Member Avatar
Administrator
אַ בריוו פון שטעטל

שטיל קלאַפּט דער זײגער זײַן טריבן טיק-טאַק,
אַזוי שטיל איז אין שטוב, די ווענט אַזוי גראָ...
ס'יז אומעטיק-פּײנלעך און שווער איז דאָס שווײַגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה...

עס ציטערן שויבן – דאָס שלעפּט זיך אַ פורל,
אין האַרבסטיקן דרויסן באַגלײט פון אַ ווינט.
אין שטוב איז האַלב-טונקל, אין טונקעלער שטילקײַט,
מ'הערט ווי בײַם שכן ס'צעווײנט זיך אַ קינד.

בײ אַ ספר זיצט דער טאַטע מיד און ער דרימלט,
אַ פאַרציטערטע די מאַמע פאַרלאַטעט אַ העמד.
אין ווינקל זיצט טרויעריק די טאָכטער, אַ בלאַסע
און שרײבט צו אַ ברודער, וואָס לעבט אין דער פרעמד:

"מײן ברודער ! ס'ווילט זיך מיר כסדר דעם אמת באַהאַלטן,
און טרײסטן מיט ליגנס, ווייל דיר איז אויך שלעכט...
נאָר שווער איז צו שווײגן, איך קאָן נישט פאַרהאַלטן
ס'געווײן, וואָס כ'דערשטיק אין די שלאָפלאָזע נעכט.

דער טאַטע פאַרדינט נישט, כ'בין קראַנק און דערשלאָגן,
די מאַמע איז מיד שוין פון טראָגן די נויט...
מיר גייען געשפּאַנטע און שלעפּן דעם וואָגן
און קאָנען אים אַלץ נישט דערטראָגן צום – ברויט ! ...

און אַזוי איז בײם שכן, אַזוי יעדע שטוב,
אין אַ בית-עולם איז ס'שטעטל פאַרוואַנדלט געוואָרן.
ס'זיינען ליידיק די קראָמען, עס שטייט די פאַבריק,
אין אומרו איז ס'יונגוואַרג אין שטעט זיך צעפאָרן"...

...שטיל קלאַפּט דער זײגער זײן טריבן טיק-טאַק,
אַזוי שטיל איז אין שטוב, די ווענט אַזוי גראָ...
ס'יז אומעטיק-פּײנלעך און שווער איז דאָס שווײַגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה – – –
Offline Profile Goto Top
 
1 user reading this topic (1 Guest and 0 Anonymous)
« Previous Topic · Poetry · Next Topic »
Locked Topic

Theme created by Sjaelen Auren from Zathyus Networks Resources